טינקלקייט
Chaim Shlomo Mahis
Popularity · Low
YouTube
Searching YouTube...
Lyrics
אין טונקלקייט איך זיץ אליין
עלנד איינזאם ווי א שטיין
מיין מח רודערט, מיין געדאנקען רוישט
צובראכן און פון זיך זעלבסט איינטוישט
א צומישעניש און חשכות נעמט מיך ארום אומעטום
פון יעדער זייט, פון יעדער ווינקל
איך ווייס נישט וועלכע זייט צו גיין
ניטאמאל קען איך בלייבן שטיין
עס דרוקט מיר און ס'איז ביטער אויפן הארץ
וואו איך קוק זע איך נאר חושך שווארץ
ווי קריכט מען פון דעם שווערן מצב ארויס
כהאלט עס נישט אויס
מער צו זיין אין דער טונקל
מיין ברודער הער נאר וואס איך זאג
ביסט נישט דער איינציגסטער אין פלאג
יעדער האט זיך זיין אייגן לאסט
דעם שווערן צייט ווען אויפן הארץ עס רייסט
צייטן ווען די ליכטיקייט איז פארשטעלט
אזוי גייט דער וועלט
מען דארף אבער אנגיין אלעמאל
יא דו ביסט גערעכט ס'איז שווער
פיל מאל מפילט מקען נישט מער
אבער כאטש די אויגן זענען פארטרערט
דארף מען וויסן אז ס'איז אלץ באשערט
אין לטובה פאר אונזער גוטס אויף אונז עס קומט
און ס'איז באשטימט
פונקטליך ווי און ווען מיט א צאל
עס וועט נישט נעמען נאך צו לאנג
געדענק ס'איז נאר א דורכגאנג
אפילו נאך דעם טונקלסטן נאכט
שיינט די פרימארגן אויף און לייכט
עס וועט נאך קומען א צייט וואס דו וועסט לאכן פון דיין צער
און דערפאר
שטארק זיך שוין יעצט און גיי אן ווייטער